מאנהעטן – ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפאלי האט אין א פרישן באריכט געשריבן, אז די ניו יארק סיטי עקאנאמיע שטייט אין גאר א גוטן ארט, און צווישן יאר 09' און 17' זענען צוגעקומען 702,200 דזשאבס, וואס איז די לענגסטע עקאנאמישע אויסברייטערונג אין מער ווי זיבעציג יאר. זינט דער רעסעסיע אין יאר 09', זענען געשטיגן די צאל מענטשן וואס האבן דזשאבס מיט נאענט צו צוואנציג פראצענט, און אלעס אינאיינעם זענען געווען 4.4 מיליאן מענטשן מיט דזשאבס אין יאר 17'. אין די לעצטע דריי יאר איז טאקע אביסל פארלאנגזאמט געווארן דזשאב וואוקס אין דער סיטי, אבער נאך אלץ זענען צוגעקומען יעדעס יאר ארום אכציג טויזנט פרישע דזשאבס אין די לעצטע דריי יאר. רוב פרישע דזשאבס זינט דער רעסעסיע, זענען אינעם סטאק מארקעט, העלט קעיר, טעכנאלאגיע, מידיא און ביזנעס סערוויסעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל