ניו יארק – טייל דאקטוירים ווארענען אז מען זאל נישט געבן פאר יונגע קינדער צו עסן מילך און ניסלעך און אנדערע זאכן וואס קענען ברענגען אלערגיעס, ביז זיי ווערן ערוואקסן, ווייל דאס העכערט דעם געפאר אז דאס קינד וועט אנטוויקלען אלערגיעס – און אנדערע דאקטוירים האלטן פונקט פארקערט. ביי א לעצטיגע פראבע, האט מען גענומען פיצלעך קינדער וועלכע האבן האבן געהאט א גרעסערע ריזיקע פון אנטוויקלען א פינאט אלערגיע, און מען האט זיי איינגעטיילט אדער אויף א דיעטע נישט צו עסן קיין ניסלעך, אדער יא צו עסן ניסלעך און מילך און אנדערע אלערגיע-ברענגענדע זאכן. אין דער גרופע האבן די קינדער געגעסן זעקס גראם פינאט ניסלעך א וואך. האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז 17 פראצענט פון די קינדער אין דער גרופע וואס האבן בכלל נישט געגעסן קיין ניסלעך האבן אנטוויקעלט א פינאט אלערגיע, קעגן בלויז 3 פראצענט ביי די קינדער וועלכע מען האט געגעבן צו עסן ניסלעך פון קינדווייז אן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל