וואשינגטאן – צום ערשטן מאל אין דער היסטאריע האט זיך פלאש-וואסער ארויסגעשטעלט צו זיין מער פאפולער ווי סאדע. די גרעסטע אמעריקאנער פלאש וואסער פירמעס, נעסטלי וואסער, קאוקע קאולע, פעפסי, און דר. פעפער סנעפל גרופ, זאגן אז אמעריקאנער האבן זיך געטוישט און זיי טרינקען היינט צוטאגס מער פלאש-וואסער ווי סאדע. א גרויסער אורזאך איז נאכדעם וואס מען האט אנטדעקט פארפעסטיגטע וואסער אין פארשידענע שטעט אין אמעריקע, און מענטשן זענען באזארגט איבער דעם געזונטהייט פון טרינק-וואסער. אויך לייגן זיי צו, אז פלאש-וואסער איז היינט צוטאגס 2,000 מאל מער טייערער ווי קראן-וואסער. עקספערטן זאגן אז אמעריקע דארף שפענדן מינימום 384 ביליאן דאלאר אין די קומענדיגע 15 יאר, אנצוהאלטן דעם וואסער אינפראסטרוקטור, אבער באמת שפענדט מען קוים 1.4 ביליאן דאלאר יערליך.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל