פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז היינט אז אמעריקע וועט ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף די רעזשים אין נארט קארעא, און האט עס באצייכנט אלס די שווערסטע סאנקציעס וואס אמעריקע האט סיי ווען ארויפגעלייגט אויף סיי וועלכע לאנד, און די טרעזשורי דעפארטמענט וועט נאכגיין אלע קוועלער פון איינקונפט פון דעם רעזשים און איר אויסטרוקענען פון געלט ביז ווילאנג זי בייגט זיך צום דרוק צו אויפגעבן איר נוקלעארער פראגראם.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס איוואנקע טראמפ, די טאכטער און ראטגעבער פונעם פרעזידענט איז אנגעקומען קיין סאוט קארעא ווי זי וועט זיך באטייליגן אין די שליסונג צערעמאניע פון די ווינטער אלימפישע שפילן וואס ווערן דארט אפגעהאלטן, און אויך אפהאלטן דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט דארטיגע רעגירונג פארשטייער איבער ווייטערדיגע שריט וויאזוי צו באהאנדלן דעם געפאר פון נארט קארעא אין ליכט פון די לעצטע אנטוויקלונגען, פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער ״אמעריקע קען נישט האבן איינעם בעסער אדער קלוגער אונז צו רעפרעזענטירן״.

זי האט זיך געטראפן מיט׳ן פרעזידענט דשעי-אין מאן פון סאוט קארעא און איבערגעגעבן די שטעלונג פון איר פאטער אז מען דארף אנהלטן א ״מאקסימום דרוק״ אויף די רעזשים פון נארט קארעא ביז ווילאנג זיי צייגן נישט א וויליגקייט צו אויפגעבן זייער נוקלעארער פראגראם, און פרעזידענט מאן האט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון א דיאלאג צווישן די צוויי קארעאס, דער פרעזידענט האט זיך געווערטלט אין די עפנטליכקייט איבער דעם וואס פרעזידענט טראמפ איז א ביזנעסמאן און האט געזאגט אז אין די געשפרעכן צווישן זיי טוט זיך טראמפ איטרעסירן אויב די טיקעטס פאר די אלימפיקס פארקויפן זיך גוט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל