אין ליכט פון די לעצטע מאסן שיסעריי אין פלארידע שטייט די מאכטפולע גאן לאבי די ״נאציאנאלע רייפעל פאראיין״ אויס א פאבליק רילעישאנס קריזיס, לעצטע אנקעטעס צייגן אז אין אמעריקע הערשט אן אויפברויז אויף די גאן לאבי וואס ווערט באטראכט אלס גאר מאכטפול און האט אומבאגרעניצטע מאכט איבער די פאליטישע פראצעדור אין וואשינגטאן, די יוגטליכע וואס האבן איבערגעלעבט דעם מאסן שיסעריי פירן א סוקסעספולע קאמפיין קעגן די גאן לאבי און זאגן אז ווען נישט זיי וואלט די מארד נישט געקענט פארקומען.
די אנפירער פון די לאבי פרובירן אין די לעצטע טעג זיך צו פארטיידיגן און האבן אויפגעטרעטן אין עפנטליכע דעבאטעס, אבער די נעגאטיווע קאמפיין זעט אויס שטארק עפעקטיוו, אין בלויז אין די לעצטע טעג האבן גרויסע פירמעס געזאגט אז זיי ענדיגן זייער מיטארבייט מיט די גאן לאבי, די ערשטע זענען געקומען א רייע קאר רענטאל פירמעס וועלכע האבן געהאט אפמאכן מיט די גאן לאבי צו געבן בעסערע פרייזן פאר אירע מעמבערס, דאס נעט אריין גרויסע פירמעס ווי ״ענטערפרייס״ ״הערץ״ און ״בודשעט״.
די לעצטע אין די רייע איז די ״פירסט נאציאנאלע באנק״ וועלכע האט געזאגט אז זיי וועלן אויפהערן ארויסגעבן ספעציעלע קרעדיט קארטלעך פאר ״ען-אר-עי״ מיטגלידער אזוי ווי ביז היינט, די באנק וועלכע איז די גרעסטע פריוואטע באנק אין אמעריקע האט געהאט ביז יעצט אן אפמאך מיט די גאן לאבי אונטער וועלכע זי האט געגעבן קרעדיט קארטלעך מיט גוטע בענעפיטן פאר אירע מעמבערס.
די פלייץ פון נעגאטיוויטעט קעגן די גאן לאבי ברענגט אז פילע פאליטיקאנטן וועלכע ציטערן פאר זיי טוען זיך יעצט פרובירט צו עפנטליך אפשאקלן, אין די לעצטע טעג האט מען געהערט פון פרעזידענט טראמפ צום ערשטן מאל אויפברענגען פארשלאגן וועלכע די גאן לאבי טוט זיך קעגנשטעלן, און אזוי אויך פון סענאטאר מארקא רוביא וועלכער האט געזאגט אז ער וויל מען זאל העכערן די עלטער פון באקומען א גאן לייסענס, קעגן די שטעלונג פון די לאבי.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה