א פראמינענטער אויגן דאקטער פון פלארידע סאלאמאן מעגלען איז פאראורטיילט געווארן צו 17 יאר טורמע נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אין איינע פון די גרעסטע מעדיקעיר שווינדלעריי אין אמעריקע, דער דאקטאר ווערט באשולדיגט אין דורכפירן אומנויטיגע פיינפולע פראצעדורן אויף עלטערע פאציענטן בלויז צו קענען אפנעמען שווערע געלטער פון די מעדיקעיר פראגראם, ער איז געפונען געווארן שולדיג אויף 67 פארברעכנס, אריינגערעכנט שווינדל, פייניגן פאציענטן, פעלשן דאקומענטן און נאך.

דער דאקטאר וועלכער איז געווען פאררעכנט אלס דער ״העכסטער פארדינער פון מעדיקעיר״ אין אמעריקע האט אויף דעם אופן ארויסגעשווינדלט פון דעם פראגראם צווישן 116 מיליאן און 73 מיליאן דאלער, און פראקורארן האבן פארלאנגט לעבנסלענגליכע טורמע. דער דאקטאר האט זיך אויך באקאנט געמאכט אינעם קעיס פונעם סענאטאר באב מענענדעז נאכדעם וואס מענענדעז איז באשולדיגט געווארן אין נעמען שוחד פון דעם דאקטאר אין אויסטויש פאר לעגיסלאטיווע טובות וואס ער האט געקריגן פונעם סענעטאר, די יעצטיגע קלאגעס זענען אבער נישט דירעקט פארבינדן צו די מענענדעז קעיס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל