די מעגליכקייט אז פוילן זאל באגרעניצן די פראדוקציע און עקספארט פון כשר-פלייש איז זייער נאענט צו א ווירקליכקייט, און דער ארטיגער פארלאמענט איז דערווארטעט צו שטימען איבער דעם נאך מעגליך אזוי שנעל ווי קומענדיגער וואך.
דאס געזעץ, וואס איז בעצם טייל פון א ברייטערן שטיקל לעגיסלאציע בשייכות דער וואוילזיין פון בעלי חיים, קומט אבער אין דער זעלבער צייט וואס פוילן איז פארוויקלט אין א שטרייט מיט מדינת ישראל און אלוועלטליכע אידישע ארגאניזאציעס, איבער א געזעץ וואס דאס לאנד האט דורכגעפירט, וואס קרימינאליזירט דאס באשולדיגן פוילן אין שפילן א ראלע אינעם חורבן פונעם אייראפעאישן אידנטום דורכאויס דער צווייטער וועלט-מלחמה.
פוילן האט אין 13' דורכגעפירט א געזעץ צו אסר'ן שחיטה על פי הלכה, אבער דאס איז אין 14' אפגעווארפן געווארן דורכ'ן העכסטן געריכט.
יעצט וויל דאס לאנד איינצוימען דעם כשר-פלייש עקספארט צו אנדערע לענדער, אריינגערעכנט ארץ ישראל ווי אויך עטליכע אייראפעאישע לענדער מיט א גרעסערער אידישער באפעלקערונג.
א באריכט אין דער מדינת ישראל טאג-צייטונג, ידיעות אחרונות, ווייזט אן, אז אויב זאל דאס געזעץ דורכגיין, וועט עס ארויפטרייבן די פרייזן פון כשר-פלייש אין אייראפע און ארץ ישראל.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה