יאפאן – א שטורעם איז אנטשטאנען אין טאקיא, יאפאן, ווען א לאקאלע שולע האט פארארדענט א נייעם יוניפארם פון די סטודענטן. יוניפארמס אין סקולס זענען געווענליך איינגעארדנט, סיי מיט'ן ציל אהערצושטעלן א דיסציפלין אין דער שולע, און סיי צו שפארן געלט פאר די עלטערן, וועלכע דארפן נישט איינקויפן אומצאליגע קליידונג, נאר מען פארמאגט דעם איינעם יוניפארם, מיט וועלכע מען מוז גיין דערמיט יעדן טאג. למעשה, האט די לאקאלע טאקיא סקול פארזען דעם עיקר בענעפיט וואס עלטערן האבן פונעם סקול יוניפארם, און זיי האבן פארארדענט אז דער סקול יוניפארם זאל זיין א קליידונג פון דער "דזשארדזשיא ארמאני" פירמע, וועלכע איז פון די טייערסטע קליידונג פירמעס אין דער וועלט. שולע באאמטע האבן פארטיידיגט דעם באשלוס, אנצייגנדיג אז זיי געפינען זיך אין א רייכן שאפינג דיסטריקט, וואס דעריבער האבן זיי אויטאמאטיש פארשטאנען אז אלע עלטערן וועלן זיין "אקעי" דערמיט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל