סאודי אראביע – די קעניגרייך אינעם אראבישן לאנד סאודי אראביע, וועט אין די נאענטע טעג אנהייבן א זעלטענע ליציטאציע, אויף ריעל עסטעיט אין ווערד פון שווערע ביליאנען דאלארן. די הייזער און פראפערטיס, וועלכע ווערן ארויסגעשטעלט צום פארקויפן, באלאנגען פאר'ן סאודיער ביליאנער מאען על-סאנא, וועלכער איז שולדיג פאר גרויסע רעגירונג-קאנטראלירטע בענק אפאר ביליאן דאלאר חובות. רעגירונג באאמטע אין סאודי אראביע סיגנאליזירן, אז די פארכאפונג פון על-סאנא'ס ריעל עסטעיט און דער פארקויף, איז טייל פונעם קאמפיין וואס דער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן האט אונטערגענומען מיט עטליכע מאנאטן צוריק, אויסצוראטן קארופציע צווישן די עליטע פרינצן און רייכע לייט אין לאנד, און ער וויל אצינד ווייזן אז די חובות פון די עליטע וועלן נישט נאכגעגעבן ווערן.
הוסף רשומת תגובה