מאנהעטן – נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע צערעמאניע אין ניו יארק סיטי, אפצוצייכענען דעם 25'סטן יארטאג פון ווען עס האט פאסירט די באמבארדירונג אויפ'ן "ווארלד טרעיד צענטער". די באמבארדירונג האט פאסירט אום פעברואר 26 יאר 1993, ווען א גרופע איסלאמישע טעראריסטן האבן אריינגעפירט א געדונגענעם טראק אינעם אונטערערדישן פארקינג לאט פון איינע פון די צווילינג טורעמס, מיט'ן פלאן אז טויזנטער וועלן אומקומען און ביידע געביידעס וועלן צוזאמפאלן. די באמבע האט טאקע אויפגעריסן, און געשאפן שווערע שאדנס צום בעיסמענט פון די טורעמעס, באזונדער האט עס געקאסט זעקס פאטאליטעטן, אבער די טורעמס זענען למעשה געבליבן שטיין, אמווייניגסטנס פאר נאך 8 יאר, ווען די טעראריסטן האבן נאכאמאל פרובירט, דאסמאל נוצנדיג פליגערס, און זיי האבן סוקסעספול אראפגעברענגט די טורעמס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל