וואשינגטאן – די פעדעראלע טראנספארטאציע דעפארטמענט האט נעכטן געזאגט, אז פירמעס וועלכע פאבריצירן אזוי-גערופענע "שטילע קארס", וועלן מוזן אין יאר 2020 טוישן די סארט קארס, אז זיי זאלן ארויסגעבן קולות וואס זאלן זיך הערן ווי גלייך א מאטאר ארבעט. די רעדע איז פון עלעקטראנישע און הייבריד קארס, וועלכע געבן כמעט נישט ארויס קיין קול בשעת זיי פארן, וויבאלד עס ארבעט נישט אויף א פולע גאזאלין-געטריבענע מאטאר, און דאס איז א פראבלעם פאר בלינדע אדער טויבע פיסגייער, וועלכע קענען נישט זען און נישט הערן די סארט קליינטשיגע קארס.

די רעגולאציע אז די קארס וועלן מוזן מאכן א קול, איז שוין ארויסגעגעבן געווארן אונטער אבאמא, נאר טראמפ האט עס געהאט אפגעשטופט צייטווייליג, און יעצט וועט עס ווערן אינפארסירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל