ניו יארק – א ריכטער האט געאורטיילט נעכטן אז מארטין שקרעלי, דער יונגער שווינדלערישער ביזנעסמאן, איז פאראנטווארטליך פאר די נאענט צו צען מיליאן דאלאר פארלוסטן פון זיינע אינוועסטירער. שקרעלי, וועלכער איז באקאנט געווארן איבער'ן לאנד צוליב זיין אומ'רחמנות'דיגע ביזנעס אויפפירונג ווען עס איז געקומען צו לעבנס-וויכטיגע מעדיצינען, איז שוין פאראיאר געפונען געווארן שולדיג דורך א געריכט, אין ארייננארן אינוועסטירער אז זיי זאלן אינוועסטירן געלטער אין זיין ביזנעס, און ער וועט דאס אינוועסטירן אויפן סטאק מארקעט – וואס למעשה איז די גאנצע זאך געגאנגען א גאנג, און שקרעלי האט פארלוירן די מיליאנען דאלארן וואס די אינוועסטירער האבן אין אים אנפארטרויעט.
ער האט זיך פרובירט ארויסצודרייען פון דארפן באצאלן די פארלוסטן פאר די אינוועסטירער, אבער א ריכטער האט נעכטן געזאגט אז שקרעלי מוז באצאלן יעדן פעני.
ער האט זיך פרובירט ארויסצודרייען פון דארפן באצאלן די פארלוסטן פאר די אינוועסטירער, אבער א ריכטער האט נעכטן געזאגט אז שקרעלי מוז באצאלן יעדן פעני.
הוסף רשומת תגובה