וואשינגטאן – עס איז נאך אלץ פארהאן פיל מער שווארצע און ספאנישע אין אמעריקאנער טורמעס, אבער זינט יאר 05', איז די ראטע פון שווארצע ארעסטאנטן אין אמעריקע געפאלן מיט צוואנציג פראצענט, און אין דער זעלבע צייט איז געשטיגן די פראצענטן פון וויפיל ווייסע עס ווערן ארעסטירט רוטינליך. די ציפערן קומען פון א נייער שטודיע, וואס די "ווערא יוסטיץ אינסטיטוט" האט צוזאמגעשטעלט, און עס צייגט אז צווישן יאר 990' און יאר 13', האט זיך מער ווי געטאפלט די צאל ווייסע אמעריקאנער אין טורמע. דער טויש קומט אלס דירעקטער רעזולטאט פון דעם וואס קרימינאלע יוסטיץ געזעצן זענען רעפארמירט געווארן, אויף א וועג אז ס'זאל נישט ראסיסטיש-אפעקטירן מער שווארצע ווי ווייסע, און צווייטנס איז דאס א רעזולטאט פונעם אפיאיד דראג קריזיס, וועלכע באטרעפט פיל מער ווייסע ווי שווארצע.
הוסף רשומת תגובה