וואשינגטאן – דער סופרים קאורט אין וואשינגטאן, האט נעכטן אפגעווארפן א פארלאנג פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, אויסצוהערן זייער אפיעל איבער דעם דאקא אימיגראנטן פראגראם. מיט עטליכע וואכן צוריק האט א פעדעראלער ריכטער געאורטיילט אז טראמפ'ס פארארדענונג אפצושטעלן דאקא, איז אומלעגאל, און דעריבער קענען די אימיגראנטן ווייטער האבן די ספעציעלע באשיצונג. אויף דעם אורטייל האט די טראמפ אדמיניסטראציע געהאט אריינגעגעבן א ביטע צום סופרים קאורט, אז זיי זאלן איבערדרייען דעם אורטייל, אבער דער סופרים קאורט האט נעכטן געזאגט אז זי וועט נישט אויסהערן דעם קעיס, וואס באדייט אז דער אורטייל פונעם נידריגערן געריכט בלייבט דערווייל אין אפעקט, און דערמיט בלייבט דאקא אויך אין אפעקט. דאס באדייט אז די גאנצע דעדליין וואס עס איז געווען געשטעלט, אז מערץ 5 גייט דער דאקא פראגראם קומען צו אן ענדע, איז בטל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל