וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן איז נישט צופרידן, מיט'ן פאקט אז דזשעראד קושנער האט קאנטראל אויף אמעריקע׳ס פאליסיס איבער מיטל מזרח, מעקסיקא און כינע. טילערסאן האט זיך באקלאגט איבער קושנער, צום ווייסן הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי, און אויסער דעם האט ער זיך אויך אפגערעדט אז יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי און טראמפ׳ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער עיטש אר מעקמעסטער, נעמען אויך אוועק פאראנטווארטליכקייטן און פונקציעס פון אים. "עס קענען נישט זיין פיר סעקרעטעריס אוו סטעיט", האט טילערסאן געזאגט פאר שטאב הויפט קעלי, לויט א ווייסן הויז קוואל. דער באריכט לויטעט אז קעלי האט איבערגעגעבן פאר קושנער טילערסאן'ס טענות, און עס האט גאנץ ווייניג געשמעקט פאר קושנער דאס צו הערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל