מאסקווע – נעכטן האט מען געהערט אז דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, האט געשיקט א געבורטס-טאג וואונטש פאר א רוסישן זשורנאליסט, וועלכער איז באקאנט מיט זיינע אנטיסעמיטישע אויסדרוקן און פאלשע בלבולים קעגן אידן אין לויף פון די יארן. דער וואונטש איז געווען פאר אלעקסאנדער פראקאנאוו (Alexander Prokhanov), פון די סאמע מערסט-באקאנטע זשורנאליסטן און שרייבער אין רוסלאנד, צו זיין אכציגסטן געבורסט-טאג. פוטין האט אויסגעלויבט זיינע שרייב ווערק אלס היסטאריש און וויכטיג פאר רוסלאנד'ס קולטור. אידישע גרופעס האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג איבער פוטין'ס וואונטש פאר פראקאנאוו, נעמענדיג אין באטראכט אז אין פארגאנגענהייט האט ער, צווישן אנדערן, פארשפרייט א בלבול אז אידן רויבן בלוט פון שפיטעלער, עס צו קענען ליפערן און פארקויפן אין מדינת ישראל.

ה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל