פון עין טובה

ארענדזש ענד ראקלענד יוטיליטיס, וועט ארבעטן אינאיינעם מיט טעסלא, צו אויפקומען מיט א וועג צו נוצן באטעריעס אין די ענערגיע גריד, בכדי צו אראפברענגען די קאסטן פון ענערגיע.

די געדאנק איז, אז אין אסאך צייטן נוצט מען ווייניגער ענערגיע ווי אנדערע צייטן. די יעצטיגע אויסשטעל פארלאנגט די ענערגיע צו ווערן פראדוצירט "אן דימענד", אן קיין טראפ סטאראדזש. מיט די צוזאמענארבעט מיט טעסלא, איז ערווארטעט צו קענען אוועקלייגן ענערגיע אויף א שפעטערע צייט.

ארענדדזש ענד ראקלענד ווארטזאגער מייק דאנאווען זאגט, אז די פירמע האט פוריגע וואך באקומען ערלויבעניש פון ניו יארק סטעיט פובליק סערוויס קאמישאן, און דאס קען פירן צו פרישע חידושים איבער באטעריעס און זייער באנוץ פאר עלעקטרישע גרידס

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל