נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט עפנטליך אראפגעריסן דעם איראנער אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן דער איראנער רעזשים און די וועלטס גרויסמאכטן, און האט געווארנט אז אמעריקע וועט זיך ארויסציען דערפון אויב עס ווערט נישט פארראכטן קוקט אויס אז ער האלט ביים אפצייכענען א שטיקל געווינס.
דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז א רייע אייראפעישע לענדער זענען וויליג צו פארהאנדלן פון פריש דעם איראנער אפמאך, און צולייגן דערצו מער באגרעניצונגען אויף די מיסיל פראגראם און אדרעסירן אויך די טעראר געפאר וואס זי שטעלט פאר דעם ראיאן, צוויי זאכן וועלכע פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשטראכן אין די לעצטע מאנאטן.
לויט דעם באריכט וועט סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן באזוכן קומענדיגע מאנאט אין בערלין ווי ער וועט זיך טרעפן מיט אייראפעישע דיפלאמאטן צו באהאנדלן די אנטוויקלונגען, מיט די האפענונג אז מען וועט קענען טרעפן א לעזונג פאר מאי 12, די דאטום וועלכע דער פרעזידענט האט געגעבן אלס אולטימאטום פאר אייראפע צו פארריכטן דעם אפמאך, און טאמער נישט וועט אמעריקע זיך ארויסציען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה