לאנדאן – די פארגאנגענע מוצאי שבת האט סטאמפארד הילל, געהאט די גרויסע זכיה בעזרת השם צו זיין די אכסניא פאר די גרינדונג פון "קרן דוד המלך" להצלת קבר דוד המלך וקברי מלכות בית דוד אין הר ציון ירושלים ת"ו. דער גרויסע מקום קדוש איז אין א סכנה פון אריינפאלן אין די הענט פון פרעמדע וואס האבען שוין ליידער 60% פון די ארומיגע שטחים.

די לעצטע מינוט פעילות, איז געשיקט געווארן צוויי שילוחים קיין לאנדאן, דורך רבני ירושלים עיה"ק ת"ו ובראשם הרה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אין הרה"ג ר' עמרם אופממאן שליט"א פון די עדה החרדית. די צוויי אינגעללייט הר"ר ר' שמעון שניטצער און הר"ר ר' חיים מאיר שטיינמעץ הי"ו ארבעטן שוין יארן לאנג מיט מסירות נפש ממש, צו זעהן אז די הייליגע פלאץ זאל ווערן א תל תלפיות פון תורה ותפילה, מיט מנינים דורכ'ן טאג און א כולל חצות וואס ענדיגט תהילים דארט יעדער נאכט, מיט א תפילת שחרית מיט ותיקין דערנאך.

דער פלאן איז אויפצושטעלן דעם "קרן דוד המלך" וואס וועט ווערן אויפגעזיכטעט דורך גרויסע פורמעס, וואס וועט ערמעגליכען צו צושטעלן באסעס רעגלמעסיג יעדער שעה, פון מאה שערים צו הר ציון, צו ברענגען דעם פליס פון היימישע אידן צו דעם פלאץ.

די הערליכע מלוה מלכה איז פארגעקומען אין די טשאטקובער בית המדרש "גנזי ישראל" אויף די העכסטע סטאנדארט כיד המלך. מען האט געהערט א לעבעדיגע באריכט פון דעם מקום קדוש און די פלאן אויף פעילות אויף ווייטער בעז"ה. די עולם איז נתפעל געווארן צו הערן אז די עסקנים האבן אפגעלאזט זייער אייגענע פרנסות, אין זיך ארינגעלייגט בגוף ונפש למען הענין, בלי שום תשלום גמול.

דער רב אב"ד מ'טשורטקוב האט אויך גערעדט, ארויסברענגענדיג די חשוב'ע ענין פון טוהן פאר דוד המלך וואס איז לא מחזיק טובתא לנפשי' און אלע תהלים האט ער דאך געזאגט כנגד כל ישראל, מיר אלע לעבן מיט עם יעדן טאג ביים דאווענן און דאס איז אונזער קשר צום בורא כל עולמים.

דער פלאן איז בעז"ה צו אפהאלטן א גאר גרויסע מלוה מלכה, פאר די גאנצע שטאט בהשתתפות רבני וגדולי מאורי בדור, ווי אויך די רבנים פון קהילות אין לונדון, גדול יהי' המעמד הזה.

 ביים מלוה מלכה ווערט געזעהן אב״ד טשורטקוב און אב״ד וויזשנית מאנסי לאנדאן שליט״א

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל