אידישע וועטער באריכט


א הערליכע וועטער טאג איז פארביי. עס בלייבט קלאר און קיהל אין שטאט איבערנאכט, און קאלט אפסטעיט. מארגן וועט זיין ענדליך צו היינט, אבער עס ווערט טייל פארוואלקענט. פורים נאכט, בלייבט מערסטענס פארוואלקענט און מילד. פורים וועט זיך אנהויבען מערסטענס פארוואלקענט, מיט אביסעל זון מעגליך צופרי, דערנאך ווערט פארוואלקענט. עס זעהט אויס ווי לייכטע רעגן קומט נישט אריין, ביז שפעט נאכמיטאג (4-6 אזייגער) אין שטאט, און אפסטעיט. לעיקוואוד קען זעהן די רעגן מיט אפאר שעה פריער. די רעגן וועט ווערן שווער, מיט פלאדינג רעגן, שטארקע ווינטען און קעלטערע טעמפּעראַטורן שושן פורים ביינאכט. נענטער צום וואסער, קען זיין ערענסטע קאוסטעל פלאדינג.

די וועטער מאדעלס זענען שטארק צוטיילט, לגבי א טויש אויף שניי ביי פרייטאג. לויט עטליכע מאדעלס - ובתוכם דער יורא - קען א חלק פון די היימישע עולם זעהן א היבש ביסעל שניי פון דער שטורם אויף שושן פורים.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט🌛38
מיטוואך-🌤57
ליל פורים-🌛☁️45
פורים -⛅️/🌧54
נאכט-☔️💨40
פרייטאג-☔️💨42
פרייטאג צונאכטס-🌧?38
שבת-🌥47
זונטאג-🌤45
מאנטאג-🌤45
דינסטאג-🌤47

לעיקוואוד
היינט נאכט🌛28
מיטוואך-🌤58
ליל פורים-🌛☁️40
פורים -☁️/🌧55
נאכט-☔️💨40
פרייטאג-☔️💨44
פרייטאג צונאכטס-🌧?36
שבת-🌥47
זונטאג-🌤47
מאנטאג-🌤47
דינסטאג-🌤47

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט🌛29
מיטוואך-🌤54
ליל פורים-🌛☁️38
פורים -⛅️/🌧52
נאכט-☔️💨35
פרייטאג-☔️?❄️36
פרייטאג צונאכטס-🌨?32
שבת-🌥43
זונטאג-🌤42
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-🌤43

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט🌧36
מיטוואך-🌧40
ליל פורים-🌧?🌨30
פורים -🌤40
נאכט-🌨28
פרייטאג-☁️34
פרייטאג צונאכטס-☁️26
שבת-🌤37
זונטאג-🌤41
מאנטאג-🌤40




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל