א לאיער וואס איז אנגעשטעלט אין דער סיטי'ס געזעץ אפטיילונג האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע קעגן די צוויי גרעסטע אינשורענס פירמע, מיט דער טענה אז יענע האבן באשווינדלט זייערע קליענטן מיט אזויפיל ווי א ביליאן דאלאר.

קאמי בארקער, וועלכע פארמאגט א העלט-פלאן מיט דער 'בלו קראס בלו שילד' אינשורענס פירמע, האט אנגעהויבן אויספארשן די פירמע נאך דעם וואס זי האט זיך געטראפן מיט א חוב פון 260-טויזנט דאלאר, וואס איז געקומען פון מעדיצינישע באהאנדלונגען וואס זי איז דורך אין 12' און 13'.

בארקער האט דאן אנגעהויבן אריינקוקן אינעם ענין, און ווי זי זאגט איז זי אויפגעקומען מיט באווייזן אז די אינשורענס פירמעס האבן איר צום ביישפיל אנגעוויזן זיך צו ווענדן צום 'נוארק' שפיטאל, מיט דער באהויפטונג אז דארט וועלן די באהאנדלונגען אויסקומען ביליגער, אין דער צייט וואס טייל פון די דאקטוירים וואס האבן זיך מיט איר דארט אפגעגעבן זענען נישט אנגעשלאסן אין דעם געזונטהייט-פלאן פון יענער פירמע.

אין דער אנקלאגע, פארלאנגט בארקער פון די פירמעס א ביליאן דאלאר פאר דער סיטי, וועלכע ניצט די קאמפאניס פאר שטאטישע אנגעשטעלטע, און נאך צוויי-ביליאן דאלאר אנטשעדיגונג פאר דער עפנטליכקייט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל