א דעטעקטיוו פאר דער פאליציי דעפארטמענט איז אנגעקלאגט געווארן אינעם פעלשן באווייזן קעגן צוויי מענטשן וועמען ער האט ארעסטירט, און דאן זאגן ליגנט פאר'ן געריכט אונטער א שבועה.

דעפיוטי מייקעל פאודער האט אין 15' ארעסטירט צוויי מענטשן, אויף דער באשולדיגונג אז יענע האבן גע'גנב'עט אויטאמאבילן.

פאודער האט דאן גענוצט פאטאגראפיעס פון די ארעסטירטע אלס באווייזן קעגן זיי, אבער שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די בילדער האט דער דעטעקטיוו געכאפט שוין נאכ'ן ארעסטירן די באשולדיגטע.

דער דעטעקטיוו האט אויך פרעזענטירט זיין פאלשע עדות'שאפט אונטער א שבועה, וואס האט געפירט די באשולדיגטע באין ברירה צו נעמען א פּלי באַרגען, דורכאויס וועלכע זיי האבן זיך דעקלערט שולדיג אויף טייל פון די קלאגעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל