אין א פארהער פארנט פון קאנגרעס האט דער טראמפ נאמינירטער ען-עס-עי הויפט מייק ראדשערס געזאגט פאר קאנגרעס אז ער האט נישט באקומען פון פרעזידענט טראמפ קיין אויטאריטעט צו נאכגיין די קוואל פון די סייבער אטאקעס און צוריק אטאקירן, און זיין אויטאריטעט איז בלויז צו ארבייטן אויף צו באשיצן די וואל סיסטעמען. ראזשערס האט צוגעלייגט אז לויט זיין שאצונג ווייסן די רוסן אז זיי וועלן נישט צאלן קיין טייערן פרייז פאר זייערע שריט.

א ענליכע ענטפער האט אויך געגעבן דער עף-בי-איי דירעקטאר קריסטאפער רעי וועלכער האט געזאגט פאר קאנגרעס אז ער איז נישט דירעקט פארארדנט געווארן דורכ׳ן פרעזידענט צו טון עפעס קעגן די רוסישע פרואוון צו מישן מיט די אמעריקאנער וואל פראצעדור.

דאס ווייסע הויז ווארטזאגערין האט אפגעווארפן די ווערטער פון ראדשערס זאגנדיג אז ער איז נישט דער איינציגער באאמטער, און אז די אדמינסטראציע ארבעט אויף פארשידענע פראנטן, און דאן אטאקירט די אבאמא אדמינסטראציע זאגנדיג אז זיי האבן גארנישט געטון אויף צו אפשטעלן די רוסישע פרואוון נאכדעם וואס זיי האבן זיך דערוויסט דערוועגן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל