א הויכראנגיגער פאליציאנט איז ארעסטירט געווארן, נאכ'ן אראפקלאפן א מענטש און אנטלויפן פון ארט אין פראנט פונעם ברוקלין-שעריף ביורא אויף ווילאבי סטריט אין ברוקלין.

אנטאני פיטערס, וועלכער איז דעמאלט נישט געווען אין אמט, האט אוועקגעשטעלט זיין דזשיפ קעגנאיבער דעם שעריף ביורא און פארנומען א ליניע און געשטערט דעם אויטאמאביל-פארקער.

ווען א שעריף האט אים באאויפטראגט צו ריקן זיין דזשיפ פון פלאץ, האט ווייט אפגעזאגט און נאך א קריגעריי מיט א שעריף האט ער אנגעהויבן פארן ווילד אויף הינטערוויילעכץ און אריינגעזעצט אין א פארבייגייענדן פאסאזשיר.

נאכ'ן זיך ענדליך אפשטעלן, האט פיטערס זיך אידענטיפיצירט אלס פאליציאנט און זיך אנגעהויבן ראנגלען מיט'ן שעריף וועלכער האט אים צום סוף געקייטלט.

פיטערס ווערט אנגעקלאגט אין א ריי פארלעצונגען, אריינגערעכנט דאס באקעמפן זיין ארעסט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל