ביי א באזוך אין חברון האט דער פארטיידיגונגס מיניסטער, אביגדור ליבערמאן, דערציילט אז די זיכערהייטס-כוחות צעשטערן וועכנטליך צוואנציג-דרייסיג טעראר-אטאקעס בלויז אין די שטחים פון יהודה ושומרון אליין.

ליבערמאן האט די באמערקונגען געמאכט דורכאויס זיין באזוך אין חברון, וואס איז געקומען מיט'ן ציל איבערצוקוקן די זיכערהייטס-מאסנאמען וואס זענען דארט איינגעשטעלט.

אין חברון וואוינען ארום צוויי-הונדערט-טויזנט אראבערס, מיט עטליכע הונדערט אידן קאנצענטרירט אין דער אלטשטאט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל