אידישע וועטער באריכט


היינט איז נאך איין שיינע זוניגע און מילדע טאג, פאר די וועטער טוישט זיך. היינט נאכט וועט אבער זיין מילד, מיט וואלקענעס און א לייכטע ווינט. פורים צופרי הייבט זיך אהן טייל זוניג און מילד, וואלקענעס וועלן זיך אריינרוקען מיטאג צייט, און א לייכטע רעגן איז מעגליך שפעט נאכמיטאג. ארום 4-6 אזייגער אין שטאט, מאנסי און מאנרא, און ארום 2-4 אזייגער אין לעיקוואד. מארגן ביינאכט קומט אן די שטערקערע חלק פון שטורם, מיט שווערע רעגן, שטארקע ווינטען און קאוסטעל פלאדינג ביים וואסער. ביי פרייטאג צופרי, וועט זיך די שטורם שטערקערן ווייטער, און אנהויבען אריינצושלעפען קאלטע לופט, וואס דאס קען איבערטוישן דער רעגן צו א נאסע שניי. אפסטעיט איז געווענטליך קעלטער, און אין פלעצער ווי די קעטסקיל בערג, קענען זעהן 6 אינטשעס פלאס שניי אויף שושן פורים.


זעהט דע פולע וועטער באריכט פאר יעדע שטאט:
אויף די אידישע וועטערבאריכט טשענעל
אויף די וועבסייט


ניו יארק סיטי
היינט נאכמיטאג-🌤60
ליל פורים-🌛☁️45
פורים -⛅️/🌧57
נאכט-☔️💨40
פרייטאג-☔️?❄️💨40
פרייטאג צונאכטס-☔️?❄️35
שבת-🌦💨42
זונטאג-🌤45
מאנטאג-🌤45
דינסטאג-🌤45
מיטוואך-🌧47

לעיקוואוד
היינט נאכמיטאג-🌤60
ליל פורים-🌛☁️42
פורים -🌥/🌧55
נאכט-☔️💨40
פרייטאג-☔️?❄️💨40
פרייטאג צונאכטס-☔️?❄️35
שבת-🌦💨44
זונטאג-🌤45
מאנטאג-🌤47
דינסטאג-🌤47
מיטוואך-🌧48

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכמיטאג-🌤58
ליל פורים-🌛☁️40
פורים -⛅️/🌧55
נאכט-☔️💨35
פרייטאג-☔️?❄️💨36
פרייטאג צונאכטס-☔️?❄️32
שבת-🌦💨40
זונטאג-🌤42
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-🌤45
מיטוואך-🌧40

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכמיטאג-🌧?45
ליל פורים-🌧?🌨27
פורים -🌤38
נאכט-☁️29
פרייטאג-🌧?🌨💨36
פרייטאג צונאכטס-🌨?🌧💨32
שבת-🌦💨39
זונטאג-🌤39
מאנטאג-🌤39
דינסטאג-🌤40




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל