ראַטשעסטער. — דער דעמאָקראַטישער סענאַטאָר טשאָק שומער האָט געזאָגט, אַז די לעצט קרעדיט–קאַרד 'סקימינג' אינצידענטן אין אַפּסטעיט ניו יאָרק ווייזן דעם נויט פאַר שריט פון די פעדעראַלע אויספאָרשער. שומער האָט אויפגעפאָדערט די סיקרעט– סוירוויס צו ווידמען מער אַגענטן און מיטלען צו באַקעמפן די 'סקימינג' פאַרברעכנס.
דער וועג פון 'סקימינג' איז, ווען שווינדלער טשעפּען אַרויף מאַשינען אויפ'ן "עי–טי–עם" מאַשין אָדער צום אויטאָמאַטישן באַנק–טיר "סווייפּ מאשין, און ווען דער קליענט גליטשט דורך זיין באַנק קאַרטל צו נוצן דעם "עי–טי–עם" מאַשין אָדער צו עפענען דעם באַנק טיר, כאַפּט עס אויף די ציפערן אויפ'ן קאַרטל. טייל מאַשינען קענען אויך אויפכאַפּן די פּין נומערן וואָס דער קליענט דריקט אַריין ביים נוצן די "עי– טי–עם", בעת געוויסע שווינדלער נוצן אַ באַזונדערע ווידיאָ קאַמערע צו רעקאָרדירן די ציפערן וואָס מ'דריקט אַריין. סקימערס טרעפט מען אויך ביי גאַז פּאָמפּס, וואו מ'גליטשט דורך דעם קאַרטל אד"ג. די שווינדלערייען גייען שוין אָן זינט די 90 'ער יאָרן, אָבער זיי ווערן אַלס פאָרגעשריטענער. פּרימיטיווערע שווינדלערייען האָבן אַנדערש געאַרבעט. דאָס איז געווען אַ מענטש וואָס האָט זיך געדרייט נעבן דעם מאַשין צו כאַפּן די פּין נומער. אַנדערע סקימערס פלעגן פיזיש אַריינכאַפּן און פאַרהאַנקערן דאָס קאַרטל, און דערנאָך איז איינער אַרויסגעוואַקסן און געגעבן עצות ווי אַזוי עס אַרויסצונעמען, אַריינגערעכנט דורך נאָכאַמאָל אַריינלייגן די פּין בעת ער איז דאָרט געשטאַנען.
שפּעטערע שווינדלער פלעגן צוטשעפּען אַ גענצליך נייעם פאָדערשטן טייל פון אַן "עי–טי–עם" מאַשין, וואו דער קליענט האָט אַריינגעלייגט זיין קאַרטל און עס האָט קאָפּירט זיין אינפאָרמאַציע, און דערנאָך האָט די מאַשין זיך אַנטשולדיגט אַז עס איז איצט פעלערהאַפטיג. אין אַנדערע פעלער, האָבן זיי אַרויסגעלייגט אַ סיין אַז די "עי–טי–עם" אַרבעט נישט, און האָבן אַנשטאַט אָנגעוויזן צו נוצן אַ דערנעבנדיגן אַפּאַראַט, וואָס האָט גע'גנב'עט די אינפאָרמאַציע, בעפאָר זיך אַנטשולדיגן אַז עס איז נישט אין דינסט. די שווינדלערייען זענען געווען לייכטער צו אַנטדעקן.
אין געוויסע פעלער, האָבן שווינדלער אַראָפּגעלייגט "עי–טי–עם" קיאָסקן, ווי דאָס וואָס מ'קען אַמאָל טרעפן אין אַ גאַז סטאַנציע, גראָסערי, לופט–פעלד און נאָך. קאָסטומערס האָבן אַריינגעלייגט די קאַרטלעך און דערנאָך די פּין, און אין די ענדע האָט זיי די מאַשין געמאָלדן אַז עס אַרבעט נישט. פאַר די גנבים האָט עס שוין גאָר גוט געאַרבעט, צו גנב'ען די אינפאָרמאַציע און דערנאָך מאַכן אַ לעבן דערמיט.
שפּעטער האָבן זיי זיך אויסגעלערנט צו לאָזן די "עי–טי–עם" טון די אַרבעט, אָבער האָבן צוגעשטעפּעט אַ קליינע פּלאַסטישע שטיקל וואָס זאָל אויך אויפכאַפּן די קאַרטל'ס ציפערן.
מיט עטליכע יאָר צוריק האָט אַ באַנק זיכערהייט עקספּערט באַריכטעט אַז די שווינדלער האָבן שוין אויך סקימער מאַשינען וועלכע קענען זיי שיקן די קאַרטל אינפאָרמאַציע דורך טעקסט מעסעדזשעס. אויך האָבן זיי ערצייגט אַ פּלאַסטישע דורכזיכטיגע דעקל וואָס זיי קענען אַרויפשטעלן אויף די קנעפּלעך אָדער סקרין וואו מ'דריקט אַריין די פּין, און דאָס קען זיי שיקן די פּין נומערן. "דו וועסט נישט אויפכאַפּן אַז עפּעס זעט אויס נישט אין אָרדענונג," האָט געזאָגט ברייען קרעביס, אַ סייבער זיכערהייט עקספּערט.
מיט די קאַרד נומערן, איז זייער לייכט פאַר אַ שווינדלער אַהערצושטעלן אַ מאַגנעטיש קאַרטל מיט די זעלבע נומערן, און מיט די פּין האָט ער אַלעס צו קענען אויסליידיגן אייער אַקאַונט.

הוסף רשומת תגובה