בעלגיע – פאר א לענגערע צייט נעכטן איבער'ן טאג זענען די גאסן פון דער פארעסט געגנט אינעם בעלגישן הויפטשטאט בריסל געווען אפגעשפארט, נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען א שרעק איבער א באוואפנטן פארשוין וועלכער דרייט זיך אין די גאסן. דער שרעק האט זיך אנגעהויבן ווען עמיצער האט אריינגערופן די פאליציי און זיי געזאגט אז ער האט צוגעזען א מארד אקט, אבער ווען די פאליציי זענען אנגעקומען האבן זיי גארנישט געטראפן, און זיי האבן דאן אונטערגענומען א זוך אקציע, צו טרעפן דעם באוואפנטן פארשוין. פילע גאסן זענען אפגעשפארט געווארן, און איינוואוינער זענען אנגעוויזן געווארן נישט ארויסצוגיין אויף דער גאס – וואס האט דערמאנט פונעם שרעק אנהייב יאר 16', ווען די פאליציי האבן דורכגעפירט אן אפעראציע צו כאפן דעם מייסטער-קאפ פון די נאוועמבער 15' פאריז אטאקעס. למעשה איז דער נעכטיגער אינצידענט געווען אן אומזיסטער שרעק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל