וואשינגטאן – די אישו פון גאן קאנטראל אין אמעריקע, וועלכע האט זיך אויפגעוועקט אלס רעזולטאט פון די מאסן שיסעריי אין דער פלארידע שולע פאריגע וואך, האט נעכטן ווייטער דאמינירט די העדליינס איבער'ן לאנד, מיט פרישע קאמענטארן פון פרעזידענט טראמפ, און ווייטערדיגע שריט פון דער אנטי-גאן סטודענטן באוועגונג וועלכע האט זיך פארמירט אין די לעצטע פאר טעג.

דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן נאך א זיצונג אין ווייסן הויז, וואו ער האט ארויסגעשטעלט א סעריע פארשלאגן איבער גאן-קאנטראל און וויאזוי צו מאכן סקולס מער פארזיכערט קעגן שולע-שיסערייען. ער האט געזאגט אז א הויפט פלאן איז צו באוואפענען טיטשערס, וואס מ'קען עררייכן דורכ'ן געבן א געהאלט-העכערונג פאר יעדן טיטשער וואס וועט אריבערגיין גאן טרענירונג.

אין דער זעלבער צייט האט מען נעכטן געהערט, אז די גרופע יוגנטליכע סטודענטן וועלכע פירן אן די נייע אנטי-גאן באוועגונג, האבן שוין אויפגעטריבן דריי און א האלב מיליאן דאלאר פאר זייער קאמפיין. זיי זאגן אז רוב פון דאס געלט וועט גיין צו דעקן די קאסטן פונעם מאסיוון מארש וואס זיי פלאנירן אויף קומענדיגן מערץ 24 אין וואשינגטאן, און דאס איבריגע געלט וועט גיין פאר ווייטערדיגן אקטיוויזם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל