דאס מדינת ישראל מיליטער האט אויפגעדעקט, אז איר סייבער-שפיאנאזש אפטיילונג האט פאריגן זומער באוויזן צו צעשטערן אן אייסיס טעראר-פלאן צו קראכן אן עראפלאן וואס איז געפלויגן פון סידני, אוסטראליע, צו אבו דאביי.

לויט דעם באריכט, איז די קאמפיוטער-שפיאנאזש אפטיילונג אויפגעקומען אויף דעם פלאן ווען ער האט שוין געהאלטן אט ביים אויסגעפירט ווערן, און מדינת ישראל האט איבערגעשיקט די אינפארמאציע צו באטרעפנדע לענדער, וועלכע האבן ארעסטירט די טעראריסטן און צעשטערט דעם פלאן אין דער לעצטער מינוט.

דער אזויגערופענער 'יוניט 8200', וואס איז די מדינת ישראל ווערסיע פון דער אמעריקאנער ען-עס-עי, האט לויט געוויסע באריכטן צעשטערט א צאל אייסיס אטאקע-פלענער אין אייראפע און די פאראייניגטע שטאטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל