צוויי קאנגרעסלייט וואס האבן באזוכט אויפ'ן הר הבית זענען אנגעבליך אויסגעפרעגט געווארן דורך דער מדינת ישראל פאליציי.

סקאט טיפטאן פון קאלאראדא און דעיוויד מעקינלי פון מערב ווירדזשיניא, ביידע פון זיי רעפובליקאנער, געפינען זיך אויף א באזוך אין ארץ ישראל, און דורכאויס זייער באזוך אויפ'ן הר הבית האבן אראבישע 'וואַקף' באאמטע זיי באשולדיגט אין אנגעבליך נעמען א צווייגל פון אן ארטיגן אייבילרט-בוים.

די באאמטע פונעם וואקף -- א קערפערשאפט וואס באלאנגט צו ירדן און האט אונטער אן אפמאך מיט מדינת ישראל דאס רעכט צו דינען אלס אויפזעערס אויפ'ן הר הבית -- האבן דירעקטירט מדינת ישראל פאליציאנטן "אויסצופרעגן" די קאנגרעסלייט.

א ווארטזאגער פאר דער פאליציי האט דערקלערט אז די געזעצגעבערס זענען נישט פארהאלטן געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל