די גליל אפטיילונג פונעם מדינת ישראל מיליטער האט דורכגעפירט א מאסיווע טרענירונגס-סעסיע ביי דער גרעניץ מיט לבנון, אלס צוגרייטונג צו א מעגליכער מלחמה מיט כעזבאלא און איראן.
דער מצב ביי דער צפון גרעניץ איז אין די לעצטע וואכן היפש אנגעצויגן, מיט שטארקע אנדייטונגען אז כעזבאלא אין לבנון און איראנישע כוחות אין סיריע גרייטן זיך צו א קריג מיט מדינת ישראל אין דער נאענטער צוקונפט.
די געמיטער זענען באזונדערס צעהיצט נאך אן אינצידענט פאריגן שבת, ווען אן איראנישער דראון איז אריינגעשיקט געווארן פון סיריע קיין מדינת ישראל, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט לופט-אטאקעס אויף איראנישע צילן, דורכאויס וועלכע א מדינת ישראל פליגער האט געקראכט.
כעזבאלא איז א טעראר גרופע וואס איז קווארטירט אין לבנון און ווערט אויסגעהאלטן דורך איראן, וועלכע פארמאגט היינט א צאל מיליטערישע באזעס אין סיריע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה