דייטשלאנד – א שטעטל אין דייטשלאנד האט געשטימט, צו לאזן עקזיסטירן א קאנטראווערסיאלן גלאק, וועלכע פארמאגט א גרויסן האקנקרייץ דערויף, מיט די ווערטער "אלעס פאר'ן פאטערלאנד, אדאלף היטלער" אויפגעקריצט. די רעדע איז פונעם שטעטל העקסערהיים, וואו דער גרויסער גלאק עקזיסטירט שוין פילע צענדליגער יארן, און אין די יארן פון דער נאצי עפאכע, איז דאס געווארן אויפגעקריצט מיט די דערמאנטע סימבאלן און לאזונגען, ווערנדיג באקאנט זינט דאן אלס "דאס היטלער גלעקל". פילע איינוואוינער האבן געזאגט אז זיי שעמען זיך צו וואוינען אין א שטעטל וועלכע פארמאגט דאס היטלער גלעקל אלס איר מערסט-באקאנטע ארט, אבער אין א יושר'דיגער אפשטימונג, וואו יעדער איינוואוינער האט געהאט א שאנס צו שטימען, האבן א מערהייט געשטימט יא איבערצולאזן דאס גלעקל אזוי ווי עס שטייט און גייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל