קאליפארניע – דער פעדעראלער ריכטער גאנזאלאו קוריעל אין סאן דיעגא, קאליפאריע, האט נעכטן געאורטיילט, אז די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט די פולע רעכט זיך נישט צו רעכענען מיט ענווייראמענטאלע שוץ סטאטוסן, כדי צו קענען בויען די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא. דער פראצעס איז געווען איבער טראמפ'ס געפלאנטע וואנט, וואס אפאר ענווייראמענטאליסטן האבן געקלאגט אז א שטיק פון דער וואנט וועט געבויט ווערן אויף ענווייראמענטאל-באשיצטע פראפערטי. למעשה האט דער ריכטער געזאגט אז פאר'ן ציל פון בויען די גרעניץ וואנט, מעג די פעדעראלע רעגירונג אנולירן די באשיצונגען. וואס איז דאס מערסטע אינטערעסאנט, איז דער פאקט אז ריכטער קוריעל איז דער זעלבער וועמען טראמפ האט מיאוס אראפגעריסן אין יאר 16', זאגנדיג אז ער איז א ספאנישער און וועגן דעם האט ער געאורטיילט קעגן אים אינעם "טראמפ אוניווערסיטעט" קעיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל