וואשינגטאן – א באריכט לויטעט, אז פרעזידענט טראמפ וועט די וואך אפיציעל מעלדן אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר א צווייטן טערמין, אין יאר 020', און דערמיט וועט ער לאזן אין גאנג זיין צווייטן פרעזידענט קאמפיין. דער באריכט אין "דראדזש רעפארט" דערציילט, אז פרעזידענט טראמפ פלאנירט צו נעמען ברעד פּארסקעל אלס נייער קאמפיין מענעדזשער. פארסקעל איז דער וואס האט געדינט אלס הויפט דיגיטאלער ראטגעבער פאר'ן טראמפ קאמפיין אין יאר 16', און אין די לעצטע איינס און א האלב יאר האט ער אנגעפירט די פאליטישע גרופע "אמעריקע ערשט פאליסיס", וועמענ'ס ציל איז געווען צו פארשפרייטן פרא-טראמפ מעסעדזשעס. דער טראמפ קאמפיין זאגט, אז פארסקעל'ס ארבעט אלס טראמפ קאמפיין מענעדזשער, וועט אויך זיין ארויסצוהעלפן די רעפובליקאנער אין די היי-יאריגע מידטוירם וואלן.
הוסף רשומת תגובה