טוניזיע – אן אמעריקאנער בירגער וועלכער האט זיך געוואלט אנשליסן אין דער אייסיס טעראר גרופע, איז אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע, וואו ער וועט אויסשטיין א פראצעס אויף פעדעראלע טעראר קלאגעס. די רעדע איז פון בערנארד אגוסטין, וועלכער איז אין פעברואר 16' אויפגעשטיגן אויף א פליגער אין קאליפאריע, וועלנדיג פארן קיין טוניזיע און פון דארטן זיך אנשליסן אין אייסיס. זיינע פלענער האבן באלד געכאפט א קלאפ, ווען ער איז ארעסטירט געווארן דורך די טוניזיער פאליציי קרעפטן ווי נאר ער האט דארטן געלאנדעט, און זינט דאן האט ער זיך געפונען אין טוניזיער ארעסט אויף טעראר פארדאכטן. אצינד האט די טוניזיער רעגירונג אים אויסגעליפערט צוריק קיין אמעריקע, און ער שטייט אויס א פראצענט אינעם פעדעראלן געריכט אין ברוקלין, וואו עס ווארט אים א מאקסימום פון 20 יאר טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל