דמשק – א יו-ען באריכט דעקט אויף, אז די קאמוניסטישע צפון קארעא ארבעט אין א יד אחת מיט דעם ברוטאלן רעזשים פון באשאר אסאד אין סיריע, און אז צפון קארעא האט אין די לעצטע יארן געהאלפן סיריע צו אנטוויקלען כעמישע וואפנס, וועלכע דאס סירישע מיליטער האט דערנאך גענוצט אין עטליכע גאר טויטליכע אטאקעס אויף ציווילע באוואוינטע געגנטער. די יו-ען האט באקומען גענויע אינפארמאציע איבער שיפמענטס וואס זענען געפארן פון צפון קארעא קיין סיריע, אנגעפילט מיט באשטאנדטיילן און מעכאניזמען וועלכע פעלן זיך אויס צוזאמצושטעלן כעמישע באמבעס, און באזונדער האט מען אויפגעכאפט צפון קארעא כעמישע סייענטיסטן ארבעטן אין די סירישע מיליטער'ס וואפנס לאבאראטאריעס און פאבריקן.
הוסף רשומת תגובה