רעפובליקאנער געזעצגעבער ווארענען, אז מען דערנענטערט זיך צו א פולשטענדיגע רעגירונג שאט-דאון, וואס קען גענצליך אפשטעלן דעם פעדעראלן רעגירונג דעם שבת, אויב קומען נישט די צוויי פארטייען צו א פארשטענדעניש ביז ענדע וואך.

אויף צו קענען ווייטער פינאנצירן די פעדעראלע רעגירונג פעלט זיך אויס אז אן איבערוויגנדע מערהייט אין קאנגרעס און סענאט זאלן שטימען פאר א בודזשעט, און פאר דעם פעלט זיך אויס שטימען פון דעמאקראטן, אבער די דעמאקראטן נוצן אויס די געלעגנהייט צו דרוקן אויף די רעפובליקאנער צו דורכפירן א געזעץ צו באשיצן די 650,000 אימיגראנטן וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דאק״א, און אזוי אויך ראטעווען א קינדער העלט אינשורענס פלאן וואס איז אפגעלאפן און די רעפובליקאנער ווילן נישט באנייען.

אן אומפארטייאישע קאמיטע איז אויפגעקומען מיט א פשרה אנהויב וואך, אבער עס איז אפגעווארפן געווארן דורך די רעפובליקאנער און פרעזידענט, וויבאלד עס שענקט בירגערשאפט פאר די דאק״א אימיגראנטן, און לויט די רעפובליקאנער וועט דאס ברענגען צו ״קייט אימיגראציע״ פון זייערע פאמיליע מיטגלידער.

אין א לעצטע פרואוו צו ראטעווען די געשפרעכן, האבן רעפובליקאנער פארגעשלאגן אז די דעמאקראטן זאלן שטימען פאר די פארלענגערונג פון רעגירונג פינאנצירונג פאר איין חודש, און אין אויסטויש וועלן די רעפובליקאנער פארלענגערען די קינדער אינשורענס פראגראם פאר זעקס יאר.

דאס לעצטע מאל וואס די רעגירונג איז געווען פארשפארט איז געווען פאר 16 טאג אין 2013, ווען די רעפובליקאנער האבן געקעמפט קעגן אבאמא-קעיר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל