דאס העכסטע געריכט פון לאנד, דער סופרים קארט, האט אפגעזאגט זיך אריינצומישן אינעם קעיס פון געוועזענעם אסעמבלי ספיקער, שעלדאן סילווער, און אנשטאט צוריקגעשיקט דעם קעיס פאר א פרישן משפט.

סילווער, וועלכער האט געדינט אויף דעם אמט פאר 21 יאר, איז אין 15' פאראורטיילט געווארן צו צוועלף יאר טורמע, נאכ'ן געפונעןן ווערן שולדיג אין קארופציע.

אן אפעלאט געריכט האט שפעטער אפגעווארפן דעם אורטייל און פארלאנגט פונעם געריכט דורכצופירן א נייעם משפט. סילווער'ס אדוואקאטן האבן דאן געוואלט אריבערפירן דעם קעיס צום סופרים קארט, וואס זאל עס אינגאנצן ארויסווארפן, אבער דאס געריכט האט אנטזאגט די ביטע, און א נייער משפט וועט דורכגעפירט ווערן.

דער קעיס איז געברענגט געווארן פאר'ן געריכט דורכ'ן געוועזענעם פראקוראר, פריט בהארארא, וועלכער האט זיך איינגעהאנדלט א רעפוטאציע פון אויפקאכן קעיסעס אויף שוואכע יסודות, און איז ארויסגעווארפן געווארן פון דעם אמט דורכ'ן פרעזידענט, נאכ'ן נישט איינגיין צו רעזיגנירן.

בילד: סופרים קארט שיקט צוריק שעלדאן סילווער קעיס צום נידעריגן געריכט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל