אין די צייט וואס די וועלטסמאכטן קומען זיך צונויף אין קאנאדע צו דיסקוטירן דעם געפאר וואס די רעזשים שטעלט פאר די וועלטס זיכערהייט מיט איר נוקלעארער פראגראם, האבן די רעגירונגען אין סאוט און נארט קארעא געמאלדן א שטארק דיפלאמאטישע דורכברוך אין די געשפרעכן, נעמליך אז ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען צו דורכפירן א געמיינזאמע מארש צערעמאניע, ביי די עפענונג פון די אלימפישע שפילן וואס קומען פאר קומענדיגע מאנאט אין די הויפטשטאט פון סאוט קארעא.

די ספארטלער פון ביידע לענדער וועלן מארשירן אין א פאראד אונטער א פאראייניגטע פאן, וואס פארמאגט א בלויע צייכענונג פונעם קארעאר האלב-אינזל, אויף א ווייסע אונטערגרונד.

די פאן איז גענוצט געווארן אין די פארגאנגענהייט אלס צייכן פון שלום צווישן די צוויי טיילן פונעם אינזל, און וועט יעצט גענוצט ווערן צו אויסדריקן אפטימיזם איבער די באנייעטע געשפרעכן צווישן די לענדער.

ביי זיין רעדע היינט ביים סאמיט אין ווענקאווער, האט דער סאוט קארעאר אויסערן מיניסטאר אויסגעלויבט די באנייטע פארהאנדלונגען, און זאגט אז מען מאכט שטארקע פארשריט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל