היינט ווערט אפגעהאלטן א סאמיט אין ווענקאָווער, קאנאדע, אין וועלכע עס באטייליגן זיך אויסערן מיניסטארן פון ארום 20 לענדער איבער די וועלט, צו באהאנדלען די ריכטיגע צוגאנג צו די נוקלעארע געפאר פון נארט קארעא. די סאמיט איז פאררופן געווארן פאריגן נאוועמבער, נאך די לעצטע מאסיווע נוקלעארע פראבע פון נארט קארעא, א פראבע וועלכע האט געברענגט די שארפסטע רונדע פון אינטעראנאציאנאלע סאנקציעס.

אבער זינט די סאמיט איז פאררופן געווארן, זענען פארגעקומען פארשידענע אנטוויקלונגען אין דעם פעלד, וואס מאכן די סיטואציע מער קאמפליצירט. ערשטנס, מיט דעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די רעזשים פארמאגט שוין אייגנטליך פולע נוקלעארע מעגליכקייטן, און די ציל איז נישט צו ״אפהאלטן״ דעם רעזשים פון דערגרייכן אן אטאם באמבע, נאר אייגנטליך צו אויפגעבן א פולשטענדיג אנטוויקלטע פראגראם.

אזוי אויך קומט די סאמיט אין ליכט פון פילע סיגנאלן וואס די רעזשים שיקט פאר די וועלט, אז זי איז וויליג צו טוישן איר צוגאנג און זיך זעצן צום פארהאנדלוגס טיש מיט די מערב וועלט, און האט געעפנט געשפרעכן מיט סאוט קארעא, און גרייט זיך צו אנטייל נעמען אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין פיאנגיענג.

אבער ווי עס שיינט, איז יאפאן נישט אנטציקט פון די נייע צוגאנג פון די רעזשים און באטראכט עס אלס א כיטרע שפיל פון די רעזשים צו ״איינשלעפן״ די מערב וועלט פון די געפאר וואס זי שטעלט פאר, און דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער, טאַראָ קאוטא, האט אפעלירט צו די וועלט פירער צו אנהאלטן א שארפע ליניע קעגן די נארט קארעא רעזשים טראץ איר אנגעבליכע טויש אין טאן. דער מיניסטער האט געזאגט, ״לאזט נישט די רעזשים אייך איינשלעפן מיט זיסער רייד,״ און האט געזאגט אז אראפנעמען אדער פארלייכטערן די סאנקציעס איז א ״נאיווע טעות״, אויף וועלכע די וועלט וועט חרטה האבן.

מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל