קומענדיגע וואך זענען זיך צונויף וועלט פירער און מאכטפולע ביזנעס פירער אינאיינעם מיט עקספערטן אין די ״וועלטס עקאנאמישע פארום״, צווישן יאנואר 23-26, אין דאוואס. דער פארום ווערט באטראכט אלס די וויכטיגסטע עקאנאמישע פארום און עס ווערט דארט באהאנדלט יעדעס יאר די געפארן און שוועריגקייטן מיט וואס די וועלטליכע עקאנאמיע דארף זיך פארמעסטן.

דאס יאר שטייט אויפ׳ן שפיץ פונעם סדר היום די וועלטליכע קלימאט טויש און נאטורליכע קאטעסטראפעס, סייבער אטאקעס, און די פראבלעם פון אומגלייכקייט אין די וועלטליכע עקאנאמיע, צוליב דעם וואס די רייכקייט ווערט שטארק קאנצעטרירט און די מיטל קלאס טוט איינשרומפן.

צום ערשטן מאל וועט די פארום אויך דיסקוסירן דעם געפאר פון א נוקלעארע קריג און איר נאכפאלגן אויף די גלאבאלע עקאנאמיע. אזוי אויך וועט באהאנדלט ווערן די פארמערטע קאנפליקטן איבער גלאבאלע האנדל אינעם לעצטן יאר.

עס קומען דארט ארום 70 וועלט פירער פון די גרעסטע עקאנאמישע גרויסמאכטן, און אזוי אויך די גרעסטע באנקירן און פינאנציאלע ריזן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל