א ספר וועגן דקדוק וואס האט פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה באלאנגט צו דער אידישער מוזעאום אין פראג איז נעכטן אומגעקערט געווארן אהין.

'מקנה אברם' איז געדרוקט געווארן דורך אן איטאליענישן איד אין 523'. דער אנטיק איז אויף אן אומבאקאנטן אופן נעלם געווארן פון פראג, און איז ארויפגעשווימען פאראיאר ביי א ליציטאציע אין ניו יארק.

אויפ'ן פארלאנג פון דער מוזעאום, האט די ליציטאציע-פירמע אראפגענומען דעם ספר פון דער ליסטע, און זיך פארבינדן מיט'ן אייגנטימער, א איד פון ארץ ישראל וועלכער האט נישט געלאזט פארעפנטליכן זיין נאמען, וועלכער האט אבער מסכים געווען אומצוקערן דעם ספר צו דער פראגער אידישער מוזעאום.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל