די קורדישע פארטיי אין סיריע האט אריינגעגעבן אן אפיציעלע ביטע צום סעקיוריטי קאנסיל פון די יו.ען., צו אינטערווענירן און פארזיכערן די סירישע קורדן פון די טערקישע מיליטער, נאכדעם וואס דער טערקישער פירער ארדואן האט געווארנט, אז ער וועט באמבאדירן דעם קורדישן ראיאין נעבן די סירישע גרעניץ, אין פאל וואס אמעריקע גייט פאראויס מיט׳ן טרענירן א קורדישע-סירישע מיליטער צו באוואכן דעם גרעניץ.

אנקארא באטראכט די קורדישע מיליציעס אין סיריע אלס אפיליאירט מיט די קורדישע אונטערגרונד אין טערקיי, און דעריבער ווערן זיי באטראכט דורך טערקיי אלס טעראר ארגאניזאציעס.

די טערקישע מיליטער האט שוין אין די פארגאנגענהייט דורכגעפירט טויטליכע אטאקעס קעגן קורדישע קעמפער אין סיריע.

קורדישע מיליציעס קאנטראלירן אצינד ארום 25% פון די סירישע טעראטאריע, און טראץ וואס די אסאד רעזשים האט געמאכט שטארקע פארשריט אין איר קאמפ קעגן די רעבעלן, טוען די קורדישע ראיאנען אצינד געניסן פון פולשטענדיגע אויטאנאמיע.

די קורדישע פירערשאפט האט אין איר בריוו צום זיכערהייטס קאנסיל געשריבן, אז די וועלט וועט טראגן א פאראנטווארטליכקייט פאר׳ן נישט אפשטעלן טערקיי באצייטנס, און אויב וועט די וועלט נישט אינטערווענירן וועט טערקיי ווארשיינליך באמבארדירן אינמיטן ציווילע געגנטער אין די קורדישע ראיאן וועלכע איז געדעכט באוואוינט, און עס וועט ברענגען א מאסיווע טראגעדיע.

בילד: סירישע קורדן: טערקיי גרייט זיך צו ערמארדן ציווילע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל