דשעי. עף. קעי. עירפארט, יאנואר 16 2018.

עף.בי.איי. אגענטען האבן אראפגעהאלטן און ארעסטירט "דשערי ט'שאן שין לי", 53 יאר אלט, געוועזענער סי.איי.עי. אגענט און געווארענער אמעריקאנער בירגער ביי זיין אנקומען אין דשעי עך קעי עירפארט אויף קלאגעס פון האבן אין באזיץ אומלעגאל נעשאנעל דעפענס אינפארמעישאן.

לי'ס ארעסט קומט נאך וואס די FBI און CIA האבן אנגעפירט א געמיינזאמע אינוועסטיגעשען זינט 2012, צו דערגיין אויב איינער אין די אגענטורען האט געארבייט פאר די כינעזע גאווערמענט.

די אינוועסטיגעשען האט זיך אנגעהויבן נאך וואס (לויט ווי די ניו יארק טיימס האט באריכטעט פאריאר) צווישען די יארן 2010 און 2012 האט כינע אימגעברענגט מער ווי א דאזן CIA סארסעס, און ארעסטירט 20 אנדערע.

מאנכע אין די אגענטור האבן פארדעכטיגט אז כינע האט באוויזען צי העקן די CIA'ס קאמיוניקעישאנס סערוויס. אדערע אבער האבן געהאלטן אז עס איז פארהאן א פאררעטער.

די פעדעמער פון די אינוועסטיגעשאן האט געצויגן די אויספארשער צו "דשערי ט'שאן שין לי", וועלכער האט איבערגעלאזט די CIA קורץ איידער די ליקס האבן זיך אנגעהויבן.

דשערי ט'שאן שין לי האט געדינט אין די אמעריקאנע ארמיי פון 1982 ביז 1986. און 1994 האט לי געדינט אין די CIA אויף פארשידענע פאזיציעס וועלכע האבן אים געגעבען צוטריט צו גאר געהיימע אינפארמאציע איידער ער האט איבערגעלאזט די אגענטור אין 2007 און זיך אריבערגעצויגן קיין האנג קאנג.

אין 2012 האט לי זיך צוריקגעקערט פאר א קורצע באזיך צו די פאראייניגטע שטאטען. די FBI האט דאן ערהאלטן א קאורט ארדער צו אינטערזיכן לי'ס באגאזשען און האטעל צימערן. זיי האבן אנדעקט צוויי ביכער פול מיט הנאט געשריבענע אינפארמאציע איבער די קלארע אדרעסען פון CIA'ס באהאלטענע שפיאנאזש איינריכטונגען און די אמת'ע נעמען פון באהאלטענע אגענטען, לויט די עפידעוויד וועלכע די FBI האט אריינגעגעבן אין געריכט.

לויט די אינטעלעדשענס געזעצן האט לי נישט געמעגט אנהאלטן צו די צוויי ביכער נאך זיין איבערלאזן די אגענטור.

לי'ס ארעסט קומט אין א צייט וואס אמעריקא ארבייט שווער זיך צו פארמעסטען און אפשטעלן בעידשינגס ארבייט צו פארשאפן קאונטער אינטעלעדשענס אינפארמאציע איבער אמעריקאנע סארסעס.

אין מארטש פון 2017 האט די FBI ארעסטירט א סטעיט דעפארטמענט אגענט אויף קלאגעס פון "נישט אינפארמירען די אגענטור איבער קאנטאקטען און מתנות וועלכע זי האט ערהאלטען פון כינעזע אגענטען" בשעת זי האט באזיצט טאפ סיקרעט קלערענס און געהאט עקסעס צו גאר געהיימע אינפארמאציע.

אין June 2017 האט די FBI ארעסטירט נאך א פארשוין אויף קלאגעס פון איבערגעבען טאפ סיקרעט אינפארמאציע פאר א אגענט פון כינעס אינטעלעדשענס אגעטור.

די אלע איינצעלנע פעלער שטעלט אהער א בילד - וואס איז שוין לאנג באקאנט און אנערקענט ביי די שפיאנאזש וועלט - אז כינע איז גאר שטארק אינוואלווד און זייער כיטרע ווען עס קומט צו אויסערליכע שפיאנאזש זאמלונג. און די סארט געשיכטעס שטעלן א אנגעצויגענעם טאן צווישן די פאראייניגטע שטאטען און כינע אין די זעלבע צייט וואס די צוויי לענדער פראבירען צו ארבייטען צוזאמען אנטקעגען נארט קאריע און איבער טרעיד דיעלס.

בילד

דורך שמאטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל