טשעכיי – די היסטארישע שטאט פראג איז א פלאץ וואו א סאך טוריסטן קומען באזוכן די אלטע סטרוקטורן און געביידעס. איינע פון די פאפולערע פלעצער וואו טוריסטן קומען אפט, איז דער צענטראלער זייגער וואס געפינט זיך אויף דער טשעכישער קאפיטאל געביידע. דער זייגער וואס געפינט זיך אויף דער געביידע, איז ארויפגעלייגט געווארן אין יאר 1410, און זייט דעמאלט האט מען עס כמעט גארנישט פארראכטן אדער פארבעסערט, און ווי פארשטענדליך איז עס שטארק געשעדיגט געווארן אין דער צווייטער וועלט מלחמה. אין 2002 האט די זייגער אויפגעהערט צו ארבעטן, נאכדעם וואס א פארפלייצונג האט באטראפן די שטאט. אין 2011 האט האט מען ארויסגענומען דעם זייגער פון באנוץ אין רעזולטאַט וואס מען האט עס געדארפט פאררעכטן. און נאכאמאל שפעטער יענעם יאר ווען דער פרעזידענט פונעם לאנד איז געשטארבן. די שטאטישע אויטאריטעטן האבן איינגעזען אז עס איז שוין העכסט צייט אז דער היסטארישער זייגער זאל אריבערגיין רענעוואציעס, און דעם מאנטאג האט דער זייגער אויפגעהערט צו ארבעטן ארום 9:00 אזייגער, ווען מען האט עס אראפגענומען כדי מען זאל עס קענען פאררעכטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל