ריעל עסטעיט אנאליסטן ווייזן אָן אז די סומע פון אינוועסטירונגען אין ברוקלינער ריעל עסטעיט איז ווייטער געפאלן אין 2017 צום צווייטן יאר, און עס איז אנגעקומען צו דער טאטאלער סומע פון $6.3 ביליאן דאלאר, אראפ פון ארום $7.8 ביליאן דאלאר פון 2016, און דראסטיש נידריגער פון די $9.5 ביליאן דאלאר וואס איז אינוועסטירט געווארן אין ברוקלינער ריעל עסטעיט אין 2015. אלעס אינאיינעם זענען פארגעקומען 1,359 טראנזאקציעס פון פראפערטיס דורכאויס דעם יאר, א טראסק פון ארום 10 פראצענט פון א יאר פריער און מיט ארום 33 פראצענט נידריגער פון 2015.

די מערסטע ריעל עסטעיט טראנזאקציעס אין ברוקלין זענען געווען אין די בעדפארד-סטייוועסענט געגנט, דאן קומט קראון הייטס און בושוויק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל