באריכטן זאגן אז עס דערקענט זיך אין די לעצטע וואכן א שטארקע פארמערונג אין פאלשע באנקנאטן וועלכע צירקולירן צווישן ביזנעסער אין ניו יארק סיטי, הויפטזעכליך 20 דאלאר באנקנאטן, וועלכע זענען גאר שווער צו דערקענען, און עס קען גרינג גענוצט ווערן אין פארנומענע געשעפטן, וואו קאסע–ארבייטער האבן נישט קיין צייט צו גרונטליך אונטערזוכן דעם באנקנאט פאר איר אויטענטישקייט. אן עקספערט פון דער פאליציי האט געזאגט פאר דער פרעסע אז דאס איז א נייע טעכניק וואס שווינדלער נוצן, אנשטאט ארבעטן שווער צו פעלשן גרעסערע געלטער, טוען זיי דירעקט פעלשן 20 דאלער באנקנאטן, וויבאלד דאס ווערט ווייניגער אונטערזוכט און מען קען עס נוצן אין פארנומענע פלעצער אָן צו ווערן געכאפט. פאליציי זאגט אז זי רעקאמענדירט צו אונטערזוכן יעדן באנקנאט, און רופן פאליציי אין פאל וואס א קליענט פרובירט צו נוצן א פאלשן באנקנאט, און אזוי אויך אויב באקומט מען אזא ביל טאר מען דאס געזעצליך נישט נוצן ווייטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל