דער נייער דעמאקראטישער גאווערנאר, פיל מוירפי, איז נעכטן אייגעשוואוירן געווארן אלס דער 56סטער גאווערנאר פון ניו דזשערזי, און ער נעמט איבער קריס קריסטי, וועלכער גייט ארויס פון זיין אמט אלס איינע פון די מערסט אומפאפולערע גאווערנארס אין דער געשיכטע פון ניו דזשערזי. די איינשווערונגס צערעמאניע איז פארגעקומען פארנט פון א קריגס מאנומענט אין טרענטאן, מיט דער באטייליגונג פון די שטאַטס פאליטישע פירער, אריינגערעכנט פארשטייער פון דער אידישער געמיינדע אין לעיקוואוד. ביי זיין רעדע האט דער נייער גאווערנאר פארשפראכן צו אינוועסטירן מער אין דעם ערציאונגס סיסטעם, און אזוי אויך איינצופירן ווייטגרייכנדע רעפארמען צו העלפן מער די ארימע פאמיליעס, און ער האט אויך צוגעזאגט איינצוהאלטן א קאמפיין צוזאג פון פארריכטן דעם צעבראכענעם פאבליק טראנספארט סיסטעם פון ניו דזשערזי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל