קריטישע טענות צו א ניי געזעץ וואס דער פוילישער פארלאמענט האט דורכגעפירט, צו דעלעגאליזירן דאס באשולדיגן פוילן אין האבן געשפילט אין ראלע אין דעם האלאקאוסט ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה, האט געברענגט א כוואליע פון אנטיסעמיטישע רעאקציעס איבער'ן לאנד.

דאס געזעץ, וואס וועט צוטיילן טורמע-שטראפן פאר'ן זאגן אז פוילן איז אויך שולדיג אין די גרוילטאטן קעגן אידן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט געברענגט א כוואליע פון קריטיק פון מערערע ריכטונגען, אריינגערעכנט דער מדינת ישראל רעגירונג וואס האט באצייכנט דאס געזעץ אלס א פרואוו "איבערצושרייבן היסטאריע".

העסליכע רעאקציעס האבן נאכגעפאלגט אין דער פוילישער פרעסע, אריינגערעכנט א באמערקונג פון אן ארטיגער טעלעוויזיע-קאמענטאטאר, וועלכער האט גע'טענה'ט אז די טויט-לאגערס זענען גאר אנגעפירט געווארן דורך אידן -- א צינישע אנדייטונג אויפ'ן פאקט וואס די גופים פון די אוישוויץ-קדושים זענען באהאנדלט געווארן דורך אידישע קאצעטניקעס אונטער צוואנג פון די נאציס.

א ראדיקאל-רעכטע באוועגונג האט פאררופן א פראטעסט אין פראנט פון דער מדינת ישראל אמבאסאדע אין ווארשע, וואס איז אבער אפגעהאלטן געווארן דורך דעם ווארשעווער גאווערנאר.

די פוילישע רעגירונג טענה'ט, אז טראץ דעם וואס אוישוויץ געפינט זיך אין פוילן, איז עס אבער געווען נאצי-דייטשלאנד וואס האט אויפגעשטעלט דעם לאגער און אומגעברענגט די אידן, און דערפאר טארן די ערטער נישט באצייכנט ווערן אלס "פוילישע" מארד-לאגערס.

די פוילישע באפעלקערונג, ווי אין כמעט אלע אנדערע מזרח-אייראפעאישע לענדער, האט גענומען אין אקטיווען טייל אין דער אויסראטונג פון די ארטיגע אידן דורכאויס דער מלחמה.

דאס געזעץ איז דורכגעגאנגען אינעם נידעריגן הויז פונעם פארלאמענט, אבער דארף נאך באשטעטיגט ווערן דורכ'ן סענאט און עווענטועל דורכ'ן פרעזידענט.

 בילד: קריטיק צו פוילישן חורבן-געזעץ ברענגט אנטיסעמיטישע רעאקציעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל